ניו יארק. – מעיאר דעבלאזיא איז טאקע יעצט אין דייטשלאנד, פאר'ן דזשי. 20 סאמיט, אבער האט דאך געוואלט אנהאלטן זיין וועכנטליכע ראדיא אדרעסירונג, וואס קומט פאר יעדן שבת, אין וועלכע מענטשן קענען אים אריינרופן אויף דער ראדיא און פרעגן פראגן. האט ער עס געטאן טעלעפאניש פון האמבורג, דייטשלאנד. ביי דער ראדיא אדרעסירונג האט ער געזאגט אז ער קען נישט דערליידן די שנארערס, און אז זיי שאפן א געווענליכן לעבענס-קוואליטעט רעדוקציע דארטן וואו זיי דרייען זיך. דאך ווייסט ער אז געזעצליך קען ער זיי נישט שטערן. די ווערטער זענען געווען א שאק צו הערן פונעם ליבעראלן דעבלאזיא, וועלכער האט די-קרימינאליזירט פארשידענע קלענערע קוואליטי אוו לייף פארברעכנס, צב"ש דאס טרינקען אלקאהאל אינעם פאבליקום. דעבלאזיא האט געזאגט אז ער האט סימפאטיע מיט אמת'ע ארעמעלייט, אבער טייל שנארער זענען סתם אויסנוצער און זענען נישט געדרוקט אין געלט, און אז כאטש וואס ניו יארקער זענען טאקע גוטהארציג און געבן זיי געלט, איז בעסער צו געבן דאס געלט פאר וואוילטעטיגע גרופעס וואס גיבן זיך אפ מיט היימלאזע, ווי איידער געבן פאר די געלט-זאמלער זעלבסט.

בילד: מעיאר דעבלאזיא קען נישט דערליידן די שנארערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל