ניו יארק. - די טאלס ביי דער ווערעזאנא בריק האבן זיך דעם 3:00 פארטאגס געטוישט צו א קעשלאזן פארמאט. מ'דארף זיך מער נישט אפשטעלן, נאר ס'איז דא לייסענס-פלעיטס קאמעראס און איזי-פעס אפלייענער, וועלכע קאסירן די טאל פון איזי-פעס באנוצער. די נישט איזי-פעס באנוצער וועלן קריגן א ביל אויף דער פאסט. דערמיט שליסט זיך די בריק אן מיט'ן אר-עף-קעי בריק, הענרי האדסאן בריק, בעטערי טונעל, קווינס מידטאון טונעל און די ראקעוועי ברידזשעס, וואס זענען שוין קעשלאז. די קומענדיגע אין די רייזע איז די טראגס-נעק בריק, קומענדיגן סעפטעמבער, און די בראנקס-ווייטסטאון בריק, וואס וועט ווערן קעשלאז אין אקטאבער 17'. דאס איז אן אינציאטיוו פון גאווערנאר קאומאו, וועלכער מוטיגט ניו יארקער זיך איינצושאפן איזי-פעס טעגס. די וואס צאלן נישט די טאל בילס קענען הארב באשטראפט ווערן, מיט אזויפיל ווי 100 פער טאל פארלעצונג. אויך וועט די אויטא רעגיסטראציע סוספענדירט ווערן. לויט'ן גאווערנאר'ס אפיס וועט קעשלאזע בריקן שפארן רייזנדע אזויפיל ווי 21 שעה פון רייזע צייט יערליך. עס רעדוצירט אויך די פאלושען וואס די אויטאס גיבן ארויס, ווייל מ'דארף זיך מער נישט אפשטעלן און ווארטן צו צאלן טאל. אויך וועט עס שפארן א מיליאן גאלאן ברענשטאף און 2.3 מיליאן דאלאר יערליך פאר מאטאריסטן.

בילד: שטייערן ביי ווערעזאנא בריק געטוישט צו קעשלאזן פארמאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל