די אמעריקאנער נעיווי האט געמאלדן אז א נעיווי פאטראל שיף האט ארויסגעשאסן ווארנונג קוילן קעגן אן איראנער מיליטערישער שיף אינעם פערסישן גאלף, נאכדעם וואס דער איראנער שיף האט דורכגעפירט אומזיכערע און געפארפולע אינטעראקציעס מיט דעם אמעריקאנער שיף, לויט די באריכט איז דער איראנער שיף געקומען אזוי נאנט ווי 150 יארדס ווען דער אמעריקאנער שיף האט געהאלטן אינמיטן דורכפירן איבונגען און דערמיט איינגעשטעלט א פאטאלע קראך צווישן די שיפן, די אינצידענט איז פארגעקומען אין די אינטערנאציאנאלע וואסערן פונעם פערסישן גאלף ווי איראן זוכט שטענדיג צו צייגן איר אויבערהאנט.

די קוילן שיסעריי איז געקומען נאכדעם וואס דער איראנער שיפס קאפיטאן האט איגנארירט 5 ווארנונגס פייפן, און הערשט נאך די ווארנונג שיסעריי האט דער איראנער שיף זיך דערווייטערט. א ענליכע אינצידענט האט פאסירט אין יאנואר ווען א יו.עס. דיסטרויער האט געשאסן אויף איראנער אטאקירט שיפלעך נעבן די הארמאז קאנאל נאכדעם וואס די איראנער שיפן האבן דורכגעפירט פראוואקאציעס.

די אינצידענט קומט א וואך נאכדעם וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט באשטעטיגט די אבאמא נוקלעארער אפמאך מיט איראן אבער גלייכצייטיג אראפגעריסן איראן פאר׳ן שטיצן טעראר און רעקאמענדירט פרישע סאנקציעס, א זאך וואס ברענגט פרישע אנגעצויגנגקייט צווישן טעהראן און וואשינגטאן.

בילד: אמעריקאנער שיף שיסט ווארנונג שיסעריי צו איראנער נעיווי שיף



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל