די מדינת ישראל קאבינעט האט נעכטן געשטימט צו אוועקנעמען די עלעקטראנישע טויערן ביים אריינגאנג צום הר הבית, נאכדעם וואס עס האט געברענגט א שטורעם צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג און די גאנצע מוסלעמענער וועלט, דאס איז געקומען נאך א וואך פון שווערע ראיאטן אין וועלכע עטליכע פאלעסטינער זענען אומגעקומען פון די פאליצייאישע קרעפטן, און נאך די שוידערליכע רציחה דעם שבת אין ישוב חלמיש פון די סאלאמאן פאמיליע.

מדינת ישראל האט אין 1967 איינגענומען מזרח ירושלים פון  ירדן, אריינגערעכנט די כותל המערבי און הר הבית אינאיינעם מיט די אל-אקצא מעטשעט וואס שטייט ליידער אויפ׳ן מקום המקדש, און ווערט באטראכט אלס דריט הייליגסטע פלאץ אין די וועלט פאר איבער א ביליאן מוסלמענער, די מדינת ישראל רעגירונג - נישט וועלנדיג גיין אין קריג מיט די גאנצע מוסלעמענער וועלט - האט דאן איינגעשטימט צו אנהאלטן די סטאטוס-קווא אויפ׳ן הר הבית אז עס בלייבט אונטער מוסלעמנער הערשאפט און זינט דאן איז די אדמיסטראציע אויפ׳ן בארג אונטער די אויטאריטעט פון די ׳מוסלעמענער וואקף׳ א רעליגיעזער קערפערשאפט וואס איז אונטערגעווארפן אונטער ירדן.

אונטער די סטאטוס קווא קענען נישט-מוסלעמענער ארויפקומען אויפ׳ן בארג אבער זענען נישט ערלויבט צו דאווענען, די נישט מוסלעמענער קומען אריין פון אן אנדערע טויער וועלכע איז אונטער קאנטראל פון מדינת ישראל זיכערהייט וועכטער, און פולע אידן (אין קעגנזאץ צו די הוראה פון רוב רבנים) קומען ארויף אויפ׳ן בארג, א זאך וואס שאפט כסדר׳דיגע אנגעצויגנקייט וויבאלד די מוסלעמענער באטראכטן עס אלס פרואוו צו אוועקנעמען זייער ״בעלות״ אויפ׳ן בארג.

נאך די טעראר אטאקע מיט צוויי וואכן צוריק אין וועלכע צוויי מדינת ישראל אראבער האבן ארויפגעשמוגעלט ביקס אויפ׳ן הר הבית און דערמארדעט צוויי פאליציאנטן האט מדינת ישראל באשלאסן צו שטעלן אירע זיכערהייט וועכטער אויך ביים אריינגאנג וואס דינט פאר די מוסלעמענער וואס קומען פאר די געבעטן, וויבאלד פון דארט האבן די טעראריסטן אריינגעשמוגעלט די וואפן, אבער דאס האט אויסגערופן א שטורעם צווישן די מוסלעמענער וואס האבן עס באטראכט פאר א אויסרייד פון די מדינת ישראל רעגירונג צו נעמען גענצליך קאנטראל אויפ׳ן בארג.

די ׳וואקף׳ האט ארויסגעגעבן א רוף צו מוסלעמענער נישט צו דורכגיין די טויערן, און אנשטאט האבן זיך פארזאמלט טויזנטער אינדרויסן פון די טויערן און דארט אפגעהאלטן געבעטן און דאן פראטעסטן און ראיאטן, דאס האט שטארק דע-סטאביליזירט די האקעלע סיטואציע אין מזרח ירושלים, אויפגעפלאקערט דעם ראיאן, און געשעדיגט באציאונגען מיט ירדן.

נעכטן ביי א קאבינעט זיצונג פון די מדינת ישראל רעגירונג האבן די מיליטער און געהיים אגענטורן פארגעשטעלט זייער מיינונג אז די עלעקטראנישע טויערן ברענגען מער שאדן ווי די זיכערהייט בענעפיטן און האבן אנשטאט דעם רעקאמענדירט מער זיכערהייט קאמערעס און אנדערע זיכערהייט מעטאדן, און היינט זענען שוין טאקע די טויערן צונומען געווארן, אבער עס קומט נאך פאר א צוזאמענשטויס צווישן די רעגירונג און די וואקף איבער די קאמערעס וואס די וואקף וויל אז דאס זאל אויך ווערן אוועקגענומען.

בילד: מדינת ישראל קאמפראמיזירט איבער עלעקטראנישע טויער ביים הר הביתש



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל