א מיניסטער אין די ברוטאלע אסאד רעזשים האט באגריסט די באשלוס פון פרעזידענט טראמפ צו ענדיגן די סי-איי-עי פראגראם צו שענקן וואפן און טרענירונג פאר די ציווילע און מיליטערישע מיליציעס וועלכע קעמפן קעגן די רעזשים, דער מיניסטער פון פאראייניגונג עלי חיידאר האט געזאגט פאר די רויטערס נייעס אגענטור אז די רעגירונג איז צופרידן פון דעם באשלוס און אז דאס איז א טריט אין די גוטע ריכטונג פון ענדיגן די ציווילע קריג וואס שלעפט זיך שוין איבער זעקס יאר. ער האט גלייכצייטיג געזאגט אז דאס איז א אנערקענונג פון אמעריקע אין איר ׳דורכפאל׳ אין סיריע און אז זי האט גענומען די נישט ריכטיגע זייט.

די פראגראם איז געווארן געפירט דורך די סי-איי-עי אין קאאפעראציע מיט ירדן, סאודי אראביע, טערקיי, קאטאר, און די אראבישע עמיראטן. און איז אפגעשטעלט געווארן א קורצע צייט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א סאמיט מיט פרעזידענט וולאדימיר פוטין און פולע שפעקולירן אז דאס האט באאיינפלוסט זיין באשלוס.

דער מיניסטער האט אין די זעלבע געשפרעך געזאגט אז די ציהל פון די רעזשים איז יעצט צו ארבייטן אינאיינעם מיט רוסלאנד און אמעריקע צו שאפן זאנעס אינערהאלב סיריע ווי עס זאלן נישט ווערן אפגעהאלטן קיין שלאכטן, און נאר נאך א שטאנדהאפטיגע פייער אפשטעל איז זי גרייט זיך צו אראפזעצן פארהאנדלן מיט די רעבעלן.

בילד: סירישער רעזשים באגריסט באשלוס פון פרעזידענט טראמפ צו פארלאזן די רעבעלן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל