כינע האט אין די לעצטע מאנאטן פילפאכיג פארשטערקערט איר מיליטערישע פארטיידיגונג אפעראציעס ביי איר 880 מייל לאנגע גרעניץ מיט נארט קארעא, לויט א באריכט פון די כינעזער רעגירונג, צווישן אנדערע האט די מיליטער געשאפן א נייע גרעניץ וואך בריגאדע וואס טוט פארפיגן אויף א רייע וואפן און טעכנאלאגיעס ווי דראונס א.ד.ג וואס טוען באשיצן די גרעניץ 24 שעה א טאג, און אזוי אויך אויפגעבויט א סעריע בונקערס וועלכע קענען גענוצט ווערן אין פאל פון א נוקלעארע קריג אריבער די גרעניץ.

דאס קומט צוליב א שטייגנדע זארג איבער א בלוטיג קריג וואס קען אויסברעכן צווישן אמעריקע און נארט קארעא, נאכדעם וואס נארט קארעא גייט אן מיט אירע פראוואקאציעס און מיסיל פראבעס, א קריג וואס קען ברענגען מיט זיך א נוקלעארע קאטעסטראפע און א פלייץ פון פליטים וועלכע וועלן פרובירן צו אנטלויפן צו די דערנעבנדיגע כינע, דער כינעזער פארטיידיגונג מיניסטער האט פרובירט צו מינימיזירן די דראמאטישקייט פון די לעצטערע אנטוויקלונג און געזאגט אז די פרישע זיכערהייטס מאנסאמען זענען נישט פארבינדן צו קיין קראנטע געפאר וואס ליגנט אויפ׳ן טיש.

מאפע: כינע פארשטערקערט מיליטערישע אנוועזנהייט ביי נארט-קארעא גרעניץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל