די אייראפעי שע פאראיין האט היינט ארויסגעלייגט איר שארפסטע קריטיק ביז יעצט קעגן די ארדואן רעזשים אין טערקיי, דאס איז געקומען אין א פאראייינגעטע פרעסע קאנפערענץ צווישן די אי-יו קאמיסאר און דער טערקישער אויסערן מיניסטער איבער די מעגליכקייט פון טערקייס אנשלוס אינעם אייראפעישן בלאק, דער קאמיסאר דשאנאטאן האן האט געזאגט אז עס איז דא א קלארע ׳טרענד׳ אין טערקיי צו א אויטאריטאטרישע רעזשים און אונטערדריקונג פון מענטשן רעכט, און אויב זוכט טערקיי זיך צו אנשליסן אין אייראפע וועט זי מוזן אויפהערן די אונטערדריקונג פון מענטשן רעכטן, ״מענטשן רעכט, יוסטיץ, דעמאקראטיע, פרייהייט פון די פרעסע זענען אומבאדינגטע פארלאנגען אויב א לאנד וויל זיך אנשליסן אין אייראפע האט ער געזאגט.

דאס קומט נאכדעם וואס טערקיי האט ארעסטירט 10 פראמינענט דשורנאליסן און גייט אן מיט א כוואליע פון ארעסטן און אונטערדריקונגען קעגן אקטיוויסטן און דשורנאליסטן, דער אויסערן מיניסטער האט עפנטליך אפגעווארפן די באשולדיגונגען און געזאגט אז אייראפע לאזט זיך פארפירן דורך ״כמו-דשורנאליסטן וועלכע העלפן טעראר אקטיוויטעטן״ און זיי באשולדיגט אין אנטייל נעמען אין די פוטש פארזוך לעצטע יאר, א פוטש פארזוך וועלכע דינט אלס אויסרייד פאר די רעזשים צו אנגיין מיט אירע אונטערדריקונגען קעגן די אפאזיציע, און עס גענוצט צו בארעכטיגן די ארעסט פון 50,000 אפאזיציע אקטיוויסטן, און אפזאגן פון רעגירונג פאזיציעס נאך 150,000 וואס זענען פארדעכטיגט אין שטיצן די אפאזיציע.

בילד: אייראפעישע פאראיין פארלאנגט מער ציווילע רעכטן אין טערקיי



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל