דער פרעזידענט האט היינט ארויסגעקוועטשט א שטיקל זיג ווען נאך עטליכע דורכגעפאלענע פרואוון האט סענאט דורכגעפירט א רעזאלוציע מיט א שמאלע מערהייט צו גיין ווייטער מיט די באמיאונגען צו אויפלעזן אבאמא-קעיר, די ביל טוט נישט אפיציעל אויפלעזן אבאמא-קעיר און שטעלט נישט פאר קיין ספעציפישע אלטערנאטיוו אבער עס טוט געבן די רעכט פאר׳ן סענאט צו ווייטער גיין מיט פארהאנדלונגען איבער א העלט קעיר פלאן און אצינד וועלן זיך אנהייבן געשפרעכן איבער וועלכע פלאן עס קען באקומען די שטיצע פון אלע רעפובליקאנער.

די אפשטימונג איז אריבער מיט א גאר שמאלע מערהייט פון 51, און דאס אויך נאר דורך דעם וואס דער וויצע פרעזידענט מייק פענס איז אראפגעקומען צו אפגעבן זיין שטימע און דערמיט געבראכן די גלייכקייט, זיין שטימע האט אויסגעפעלט צוליב דעם וואס צוויי רעפובליקאנער סענאטארן האבן געשטימט קעגן דעם, סענאטאר ליסע מורקאווסקי פון אלאסקא, און סענאטאר סוזען קאלינס פון מעין. א ספעציעלע איינדרוק האט געמאכט דאס וואס סענאטאר דשאן מ׳קעין איז אראפגעקומען אין סענאט אפגעבן זיין שטימע טראץ זיין שווערע קראנקהייט.

באלד נאך די אפשטימונג האט סענאטאר מקעין געגעבן א רעדע אין וועלכע ער האט גערופן פאר א אומפארטייאישע איניציאטיוו פאר א פרישע פלאן, און גערופן ביידע פארטייען זיך צו צוזאמענזעצן און אויסארבעטן א קאמפראמיס איבער העלט קעיר.

בילד: געווינס פאר׳ן פרעזידענט און רעפובליקאנער: סענאט שטימט צו אויפלעזן אבאמא-קעיר



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל