די רעפובליקאנער סענאטארשע סוזען קאלינס פון מעין איז געווארן אויפגעכאפט ווי זי טרייבט שפאס פונעם פרעזידענט און שטעלט אונטער פראגע צייכן זיין גייסטישע געזונט צושטאנד, די שמועס איז אפגעהאלטן געווארן מיט איר דעמאקראטישע קאלעגע סענאטאר דשעק ריד און זי האט נישט געוויסט אז איר מייקראפאן איז נאך אנגעצינדן ווען זי האט אראפגעריסן דעם ווייסן הויז בודשעט פארשלאג זאגנדיג ״ווי אימער עס איז געווען עפעס א גרענט האבן זיי עס ארויסגעשניטן אן קיין שום חשבון, אן נעמען אין באטראכט די רעזולטאטן, עס איז שרעקליך אומפאראנטווארטליך״

דער דעמאקאראטישער סענאטאר רעאגירט דערויף ״ער איז גייסטיש צורודערט״ אויף וועלכע סענאטאר קאלינס טוט איינשטימען און זאגט אז זי איז באזארגט דערוועגן, און דאן טוען די צווי דיסקוטירן די דעטאלן פון דעם ווייסע הויז בודשעט פארשלאג, און די מעגליכקייט אז אויב עס וועט נישט דורכגיין וועט מען מוזן שניידן פון מיליטערישע ספענדונג צוליב די ׳בודשעט קאנטראל אקט׳ וואס טוט איינשטעלן אויטאמאטישע שניטן, סענאטארשע קאלינס רעאגירט דערויף ווידער ״איך גלייב נישט אז ער ווייסט אפילו וואס דאס מיינט״ און דערמיט אנגעדייטעט אז ער איז אומערפארן.

די שמועס איז פארגעקומען ביי א זיצונג פון די סענאט אפראפריעשאנס קאמיטע אין וועלכע עס קומען פאר פארהאנדלונגן איבער׳ן בודדשעט, קאלינס און רידס האבן נישט געוויסט אז די מיקראפאן איז אנגעצינדן און זיי ווערן רעקארדירט, פארשטייט זיך אז עפנטליך זינגנט קאלינס גאנץ אנדערע זמירות.

בילד: רעפובליקאנער סענאטארשע דרוקט אויס זארג איבער פרעזידענטס גייסטישע געזונט צושטאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל