פרעזידענט טראמפ האט שוין אסאך מאל געטוישט זיין ווערסיע איבער די סקאנדאל פון די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן, אנגעהויבן ווען ער האט גענצליך אפגעווארפן די מיינונג פון די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זאגנדיג ״עס מוז נישט זיין רוסלאנד עס קען זיין כינע אדער מעגליך א יונגל מיט א קאמפיוטער״ און דאן האט ער אנגעדייטעט אז מעגליך אז רוסלאנד האט גאר פראבירט צו העלפן זיין אפאנענט הילערי קלינטאן, און אזוי ווייטער.

נאכ׳ן באצייכענען נעכטן סעשאנס אלס שוואכלינג צוליב דעם וואס ער פארשט נישט הילערי קארופציע אן אנגעבן פונקטליך וואס ער מיינט, איז דער פרעזידענט היינט ארויסגעקומען מיט א פרישע געשיכטע אויף טוויטער, נעמליך אז אוקראינע האט פרובירט צו אינטערווענירן אין די וואלן אויף די פארקערטע זייט און געארבעט פאר זיין אפאנענט הילערי קלינטאן און ״סאבאטאזשירן״ די טראמפ קאמפיין, ער האט נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער זיין וואזשנע באשולדיגונג וואס קיינער האט נישט געהערט ביז יעצט.

דער אוקראינער אמבאסאדער אין וואשינגטאן האט שארף אפגעווארפן די באשולדיגונג זאגנדיג אז ״אוקראינע איז שטאלץ מיט די אומפארטייאישע שטיצע וואס זי געניסט פון ביידע פארטייען אין וואשינגטאן און זי האט נישט - און וועט נישט - קיינמאל פרובירט זיך צו אריינמישן אין אינערליכע אמעריקאנער פאליטיק״

בילד: פרעזידענט טראמפ: אוקראינע האט פרובירט צו פארמיידן מיין ערוועלונג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל