דער 80 יעריגער סענאטאר דשאן מ׳קעין פון אריזאנא, דער עלטסטער רעפובליקאנער סענאטאר און געוועזענער פרעזידענטליכע קאנדידאט, איז מיט עטליכע וואכן צוריק דיאגניאזירט געווארן מיט א טויטליכע קענסער אין זיין מח ל״ע, און גייט אצינד אריבער שווערע ראדיאציע און קימאטערארפיע, אבער ער איז אנטשלאסן צו ווייטער אנגיין מיט זיינע לעגיסלאטיווע פליכטן, זיין ביורא האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז טראץ זיין שווערע צושטאנד וועט דער סענאטאר אראפקומען אין סענאט פאר עטליכע וויכטיגע אפשטימונגען אריינגערעכנט העלט קעיר רעפארם און סאנקציעס אויף איראן און רוסלאנד.

מקעין דינט יעצט זיין זעקסטן טערמין אלס סענאטאר, און איז א העלדישער מלחמה וועטעראן פון די וויאטנאמעזע קריג, ער איז שטארק רעספעקטירט צווישן ביידע פאליטישע פארטייען אלס אויפריכטיגער און שטייפער מענטש, די נייעס איבער זיין מחלה האט געברענגט א מאמענט פון אומפארטייאישקייט ווען זיינע פאליטישע קעגנער האבן אים אויסגעלויבט און געשיקט געזונט וואונטשן.

דערווייל איז נישט קלאר די אויסגאנג פון די אפשטימונג איבער העלט קעיר וואס ווערט היינט אפגעהאלטן און אויב די אנוועזנעהייט פון מקעין וועט האבן אן עפעקט, די רעפובליקאנער פירערשאפט לייגט גרויס דרוק אויף אלע סענאטארן צו שטיצן א אומקלארע ווערסיע פון העלט רעיר רעפארם וועלכע וועט אין די קומענדיגע וואכן אויסגעהאמערט ווערן אין פארהאנדלונגען מיט קאנגרעס.

בילד: דשאן מקעין קומט אין סענאט פאר א אפשטימונג טראץ זיין שווערע געזונט צושטאנד





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל