א וואך נאכדעם וואס דער פרעזידענט׳ס שטאב איז געווארן אויפגעשאקלט מיט די רעזיגנאציע פון זיין פרעסע סעקערטאר שאן ספייסער קוקט אויס ווי דער פרעזידענט וויל שטארק אז דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס זאל גיין אין זיינע פוסטריט, נעכטן האט ער אים באצייכנט אלס שוואכלינג אויף טוויטער און ווען ער איז געפרעגט געווארן דורך א רעפארטער אויב ער וויל אז דשעף סעשאנס זאל זיך אפזאגן האט ער געהויבן מיט די פלייצע און געשמייכלט.

היינט האט ער שוין געשריבן שארפערע טוויטס און געשריבן ״אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס האט גענומען א זייער שוואכע שטעלונג אויף הילערי קלינטאנ׳ס קרימינאליטעטן״ און דאן אין נאך א טוויט אים באשולדיגט אין אוועקקוקען פון א אנגעבליכע אינטערווענץ פון אוקראינע אין די וואלן. די טוויט איז געקומען אונטער קריטיק פון עטליכע רעפובליקאנער סענעטארן וועלכע האבן אויסגעדריקט אנטריסונג אז דער פרעזידענט נוצט סאציאלע מידיע צו פארשעמען זיין אייגענע אדמיניסטראציע מיטגלידער.

אין די פאליטישע קארידארן גייט ארום א קלאנג אז דער פרעזידענט איז שוין אנטשלאסן צו ערזעצן דשעף סעשאנס מיט זיין בוזעם פריינט רודי דשוליאני, דער געוועזענער ניו יארקע מעיאר און א פערזענליכער בוזעם פריינט פונעם פרעזידנט, דער נייער קאמיוניקאציע דירעקטאר אנטאני סקאראמוטשי האט געענטפערט אז דער פרעזידענט ״וויל באשיינפערליך אז דשעף סעשאנס זאל זיך אפזאגן פון זיין פאזיציע״ ווען ער איז געפרעגט געווארן דערוועגן.

קוועלער נאנט צום סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האבן געזאגט פאר די פרעסע אז דער סקערטערי טוט ערנסט באטראכטן צו פארלאזן די אדמיניסטראציע אין פאל סעשאנס רעזיגנירט, לויט די קוועלער איז טילערסאן טיף אנטוישט וויאזוי דער פרעזידענט טוט באהאנדלן זיינע געטרייע פריינט אין די אדמינסטראציע, און זייענדיג נאנט באפריינדעט מיט דשעף סעשאנס איז ער שטארק אויפגערעגט אויף די וועג וויאזוי דער פרעזידענט טוט אים פארשעמען און דערנידערן.

טוויט: אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס האט גענומען א זייער שוואכע שטעלונג אויף הילערי קלינטאנ׳ס קרימינאליטעטן

טוויט: אוקריינישע פראבירן צו סאַבאָטאַזשן די טראמפ קאמפיין - שטילערהייט געארבעט צו העלפן קלינטאן. טא ווי איז די אויספאָרשונג א.ג. (מיינענדיג סעשאנס)



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל