אונגארן פוילן און סלאוועניע האבן געליטן א דורכפאל אין זייערלעגאלע קאמפ קעגן דעם אייראפעישן פאראיין ווען די העכסטע געריכט האט אפגעווארפן זייער פארלאנג אז זיי זאלן ווערן אויסגעשלאסן פון די פליכט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אלע אייראפעישע לענדער צו אריינעמען א געוויסע צאל פליטים, א באשלוס וועלכע די פאראיין האט גענומען מיט׳ן ציהל צו פארגרינגערן די לאסט אויף איטאליע און גריכנלאנד וועלכע פלאגן זיך מיט א פלייץ פון פליטים וועלכע שווערצן זיך אריין דורכ׳ן מיטללענדישן ים.

פוילן, טשעכיע, סלאוואקיע, און אונגארן האבן זיך שארף קעגנגעשטעלט צו דעם פלאן און זיך אנטזאגט פון ארייננעמען אפילו א קליינע צאל אנגעבנדיג א זארג פון טעראר, אבער די פאקט אז זיי האבן נישט אריינגענומען קיין פליטים אין די צייט וואס איטאליע און דייטשלאנד פלאגן זיך מיט א פלוס פון הונדערטער טויזנטער פליטים האט געברענגט צארן אין די הויפטקווארטירן פון די פאראיין וועלכע האבן געעפנט לעגאלע פראצעדורן צו באשטראפן די לענדער פאר׳ן נישט נאכקומען די פארלאנג.

די לענדער האבן אריינגעגעבן צום העכסטן געריכט אין אייראפע א קאנטער ארגומענט אין וועלכע זיי לייגן ארויס זייער שטעלונג אז ארייננעמען פליטים וועט קאסטן א שווערע עקאנאמישע און פאליטישע פרייז אויף זייערע לענדער, די פארשטייער פון די פראקוראר און געריכט האבן אבער אפגעווארפן זייער שטעלונג און געזאגט די קלאגע גייט ווייטער און די לענדער וועלן באשטראפט ווערן פאר׳ן נישט נאכקומען זייער טייל.

בילד: אייראפעישע געריכט באשטימט אז מזרח אייראפעישע לענדער מוזן ארייננעמן פליכטלונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל