קאנגרעס האט נעכטן באשטעטיגט מיט א שטארקע מערהייט פרישע סאנקציעס קעגן איראן, נארט קארעא און רוסלאנד, און אזוי אויך באגרעניצט די מעגליכקייט פונעם פרעזידענט צו מאכן אויסנאמען אדער וועטאירן, און דערמיט טוט עס קאמפליצירן דעם פלאן פונעם פרעזידענט צו פארבעסערן באציאונגען מיט רוסלאנד, די ביל דארף נאך אדורכגיין א אפשטימונג או סענאט ווי עס איז ערווארטעט צו ווערן לייכטערהייט באשטעטיגט.

די ביל וואס איז אריבער מיט 419 קעגן בלויז 3 טוט באשטראפן פירמעס אין אמעריקע און אייראפע וועלכע מאכן ביזנעס מיט די רוסישע ענערגיע סעקטאר, די רוסישע רעגירונג קאנטראלירטע באן און קאנסטרוקציע פירמע. די סאנקציעס קעגן רוסלאנד זענען געצילט צו באשטראפן צוליב די אינטערווענץ אין די לעצטערע וואלן, און טוט אויך ציהלן צו פארשטערקערן די סאנקציעס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אין ליכט פון די אנעקסירונג פון קריימיע צו רוסלאנד.

דאס ווייסע הויז האט אנגעדייטעט אז דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך אונטערשרייבן דעם ביל ווען עס קומט אן צו אים נאכ׳ן אריבערגיין אין סענאט, און וועט מעגליך פארלאנגען מינימאלע טוישן אין די ביל, אבער עס איז כמעט אוממעגליך פאר׳ן פרעזידענט צו אריינליייגן ערנסטע טוישן וויבאלד עס איז אריבער מיט איבער גענוג שטימען צו אפווארפן א פרעזידענטליכע וועטא.

בילד: קאנגרעס באשטעטיגט פרישע סאנקצעיס קעגן רוסלאנד און איראן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל