טראץ וואס אייראפע שטיצט און האט גערופן פאר שטערקערע סאנקציעס אויף רוסלאנד האט אבער די אייראפעישע פאראיין אויסגעדריקט אנטריסונג איבער די סאנקציעס וואס קאנגרעס האט נעכטן דורכגעפירט, זאגנדיג אז עס לייגט ארויף קאמפליקאציעס און שוועריגקייטן אויף אייראפעישע פירמעס און האבן באשולדיגט אז די סאנקציעס זענען בלויז א אויסרייד צו שעדיגן אייראפעישע פירמעס און זיי מאכן שווערגיקייטן צו טון ביזנעס אין די פאראייניגטע שטאטן, צווישן די פירמעס וועלכע ווערן באשטראפט געפונען זיך דיישטע פירמעס וועלכע ארבייטן אויף א גאז פייפליין צווישן רוסלאנד און דיישטלאנד.

דער אייראפעישער פארזיצער דשאן קלאוד דשאנקערס האט געזאגט ״אמעריקע ערשט קען נישט מיינען אייראפע צום לעצט״ און דערמיט אנגעדייטעט אז די ביל האט אומ׳יושר׳דיג געצילט אייראפעישע פירמעס אן זיך דורכרעדן מיט די אויטאריטעטן אין אייראפע, און א ווארטזאגער פאר די דוישטע אויסערן מיניסטעריום האט געזאגט ״די סאנקציעס זענען געצילט צו שעדיגן אייראפעישע פירמעס ענדערש ווי שאטן פאר רוסלאנד, עס האנדלט זיך פון עקאנאמישע רעגולאציעס איינגעהילט אין פארעם פון סאנקציעס״ די אייראפעישע פאראיין האט פארשפראכן צו נוצן דיפלאמאטישע מיטלן צו פארריכטן דעם ביל פאר עס קומט אן צום סענאט.

בילד: אייראפע דרוקט אויס אומצופרידנהייט מיט די סאנקציעס אויף רוסלאנד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל