אפאזיציע פירער אין ווענעזועלע האבן גערופן צו אירע מיליאנען שטיצער אין ווענעזועלע נישט צו גיין צו די ארבייט מארגן מיטוואך און דאנערשטאג אלס אויסדרוק פון פראטעסט קעגן די ברוטאלע מאדורא רעזשים וואס אונטערדריקט אפאזיציע און הונגערט אויס זיין אייגענע פאלק, און ספעציעל זיין לעצטע פלאן פון שאפן א נאציאנאלע אסעמבלי צו שרייבן א קאנסטיטוציע וועלכע זאל אים געבן אויסשליסליכע מאכט און צונישט לייגן די אויטאריטעט פון די דעמאקראטישע ערוויילטע פארליאמענט וואס ווערט קאנטראלירט דורך די אפאזיציע.

מאדורא זאגט אז די וואלן וואס ער האט פאררופן פאר א נאציאנאלע אסעמבלי וועט העלפן צוריקברענגען שלום אין לאנד, אבער די אפאזיציע זאגן אז ער זוכט נאר צו באפעסטיגן זיין מאכט, און פילע אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע זענען ביי די זעלבע מיינונג אריינגערעכנט די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט וואס האט רעקאמענדירט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו ארויפשטעלן סאנקציעס אויף ווענעזועלע ביז זי וועט געבן מער ציווילע רעכטן פאר אירע בירגער.

דער אפאזיציע פירער לעאפאלדא לאפעז געפונט זיך אין הויז ארעסט, און האט דורך א ווידיא געשיקט א מעסעדש צו זיינע מיליאנען שטיצער צו גיין אויף א סטרייק אלס לעצטע מיטל פון פראטעסט קעגן די קאנסטיטוציע וואס וועט ענדיגן דעמאקראטיע אין ווענעזועלע, און אנשטאט גיין צו די ארבייט וועלן מיליאנען ארויסגיין צו די גאסן פראטעסטירן.

בילד: אפאזיציע אין ווענעזועלע פאררופט 48 שעה׳דיגע נאציאנאלע סטרייק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל