קאנאדע האט נאכאמאל אוועקגענומען די בירגערשאפט פון העלמוט אבערלענדער (Helmut Oberlander), א 93 יעריגער נאצי וועלכער איז שוין אין קאנאדע זינט 1954, און שפעטער איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט געדינט אין די טויטליכע איינזאץ קאמאנדא, א איינהייט פון שוידערליכע רוצחים וועלכע זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די טויט פון ארום צוויי מיליאן אידן אין מזרח אייראפע, אבערלענדער האט שוין 3 מאל באוויזן צו געווינען א לעגאלע קאמפ קעגן די קאנאדישע רעגירונג מיט די טענה אז ער האט נישט געהאט קיין ראלע אין די רציחות און האט געטון טעכנישע ארבייט און געדינט אלס דאלמעטשער, אבער די רעגירונג זאגט אז ער האט נישט איבערגעגעבן די אינפארמאציע ביים איינגעבן פאר בירגערשאפט.

אבערלענדער - א אוקראינער געבוירענער - זאגט אז ער וועט נאכאמאל גיין אין געריכט קעגן די רעגירונג, און זאגט אז ער ווערט אומזיסט גערודפ׳ט, זיין אדוואקאט זאגט אז ער איז געווען געצווינגען צו ארבייטן פאר די איינאזץ קאמאנדא און איז נישט געווען קיין נאצי. אבער די אידישע ארגאניזאציעס אין קאנאדע האבן באגריסט די שריט פון די רעגירונג זאגנדיג אז ער איז פאראנטווארטליך פאר׳ן זיין א טייל פון די מארד מאשין און מוז צאלן א פרייז פאר זיין טונקעלע פארגאנגענהייט.

בילד: העלמוט אבערלענדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל