נאכדעם וואס סענאט האט געשטימט נעכטן מיטאג צו ווייטער גיין מיט די אפשטימונג איבער העלט קעיר איז די פלאן וועלכע איז פארגעלייגט געווארן אלס אלטערנאטיוו צו אבאמאקעיר דורכגעפאלן און נישט באקומען די נויטיג מערהייט. די רעפובליקאנער פלאן וועלכע איז אויסגעארבעט געווארן אין לויף פון די לעצטע צוויי חדשים טוט ערזעצן פארשידענע טיילן פון אבאמא קעיר און לעזט אויף די שטייערן, אבער האט נישט באקומען די שטיצע סיי פון די מעסיגע רעפובליקאנער און סיי פון די גאר קאנסערוואטיווע.

די פלאן וועלכע איז געווען אויפ׳ן טיש האט פארגעלייגט טיפע שניטן צו מעדיקעיד, און צו אוועקנעמען אינידווידועלע מאנדאט וועלכע פארפליכטעט יעדן צו האבן אינשורענס, און אזוי אויך געשניטן פארשידענע שטייערן וועלכע זענען געקומען צוזאמען מיט אבאמאקעיר, א אומפארטייאישע קאנרעסיאנעלע האט באשטימט אז די פלאן קען ברענגען פאר ארום 30 מיליאן אמעריקאנער צו פארלירן זייער העלט אינשורענס.

די פלאן איז דורכגעפאלן מיט בלויז 43 שטימען קעגן 57 וועלכע האבן געשטימט דערקעגן אריינגערעכנט 9 רעפובליקאנער סענאטארן, די צווייטע פרואוו איז געווען היינט צו גענצליך אויפלעזן אבאמאקעיר און געבן א צוויי יאר פעריאדע צו פארעמען א ערזאץ, און איז אויך דורכפאלן מיט בלויז 45 אין שטיצע, און דאן איז דא דריטע אפציע וואס רופט זיך די ״דארע ביל״ דאס הייסט אז מען וועט זיך באגענוגן מיט קלענער טוישן אין אבאמאקעיר אויף וועלכע עס איז דא א קאנצענזוס צווישן די רעפובליקאנער.

אנאליסטן האלטן אז צום סוף וועלן די צוויי פארטייען דארפן ארבייטן אינאיינעם אויף א קאמפראמיס און טרעפן א פשרה, סענאטאר דשאן מקעין האט נעכטן געהאלטן אן עמאציאנאנעלע רעדע אין סענאט ווי ער האט גערופן ביידע פארטייען צו נאכלאזן פון די פארטייאישע צוטיילונג און זיך צונויפקומען מיט א עפעקטיווע לעזונג וועלכע זאל טיילווייז צופרידנשטעלן ביידע זייטן.

בילד: 2 רעפובליקאנער העלט קעיר בילס פאלן דורך אין סענאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל