נאכדעם וואס ער האט געהאלטן זיינע קריטיק איינגעהאלן און פארהלטנסמעסיג דיפלאמאטישע האט דער פרעזידענט פארשארפערט זיינע קריטיק קעגן זיין אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס, איינע פון די איינצעלע מענטשן אין וואשינגטאן וועלכע זענען אים געווען געטריי און לויאל פון גאנץ אנהייב אין זיין קאמפיין. ביי א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן פרעזידענט פון לבנון נעכטן האט דער פרעזידענט געזאגט אז ער איז אנטוישט פון סעשאנס און האט אנגעדייטעט אז סעשאנס האט אים אויסגעשפילט מיט׳ן נישט זאגן פון פאראויס אז ער וועט זיך נישט אריינמישן אין א אויספארשונג איבער רוסלאנד, (טראץ וואס ער האט עס קלאר געזאגט אין די פארהערן פארנט פונעם סענאט פאר׳ן ווערן באשטעטיגט)

היינט איז דער פרעזידענט געגאנגען א טריט ווייטער און קריטיקירט סעשאנס פאר׳ן נישט אויפזאגט דעם אמטירנדן עף-בי-איי דירעקטאר ענדרו מקעבי וועמען ער באשולדיגט אין האבן נאנטע פארבינדונג צו הילערי קלינטאן, טראצדעם וואס דער פרעזידעט אליין האט די אויטאריטעט אים צו אויפזאגן, קוועלער אינערהאלב דעם פרעזידענט׳ס קאבינעט האבן גערעדט צו די פרעסע אין די לעצטע טעג און אויסגעדריקט זארג איבער דעם פרעזידענט׳ס אומסטאבילע געפירעכץ, דער רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם האט געזאגט אז די פאקט אז דער פרעזידעט טוט פארשעמען און דערנידערן סעשאנס אנשטאט אים אפזאגן צייגט אויף שוואכקייט, ער האט נישט די קוראזש אים צו אויפזאגן און אנשטאט דעם טוט ער אים דערנידערן מיט די האפענונג אז ער וועט רעזיגנירן.

בילד: טראמפ פירט עפנטליכע קאמפיין קעגן זיין אייגענע אטוירני דשענעראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל