ווילדער וואלד פייערן וועלכע בוזשעווען אין פראנקרייך האבן שוין געצווינגען איבער צען טויזנט מענטן צו פארלאזן זייערע היימען, און שטעלט אריין אין געפאר טויזנטער געביידעס און ריזן שטרעקעס פון נאטור, די פייערן וועלע ברענען אויף א שטח פון 15 סקווער מייל ביי די ברעגעס פונעם מיטללענדישן ים אין צפון-מזרח פראנקרייך און אויפ׳ן אינזל קארסיקע ווערט באקעמפט דורך טויזנטער פייער לעשער און דערווייל טוט זיך עס פארשרייטן ארויס פון קאנטראל און טוט באדראען די שפרודלנדע טוריזם אינדוסטרי אין די געגענט.

צענדליגע רעטונג אגענטן האבן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג צוליב בראנד וואונדן און צוליב אריינאטעמען רויעך, די נאכט אינמיטן די נאכט האבן די אויטאריטעטן עוועקיואירט א פאפועלער טוריסט רעזארט אין סענט טראפעז און טויזנטער טוריסטן האבן פארברענגט די נאכט נעבן ים אונטער׳ן פרייען הימל, אריינגערעכנט פאמיליעס מיט קליינע קינדער, וויבאלד די פייער האט זיך פארשפרייט מיט די ווינטן און עטליכע האטעלן זענען פארכאפט געווארן אין די פלאמען.

בילד: צענדליגע טויזנטער עווקיואירט אין פראנקרייך צוליב וואלד פייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל