נארט קארעא וועט נעקסטע יאר שוין האבן די מעגליכקייטן צו שיקן א אינטערקאנטינענטעל באליסטישע מיסיל לויט די לעצטע אנאליז פון אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע, דאס טוט טוישן די ביז יעצטיגע מיינונג פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אז דאס וועט נעמען נאך ארום דריי יאר, די אנאליז איז באזירט אויף די לעצטע פאר מיסיל פראבעס וואס האבן שאקירט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מיט זייער פארגעשריטנקייט און פונקטליכקייט.

טראץ וואס נארט קארעא האט שוין פאקטיש אזעלכע מיסילס טוט זי נאך אנטוויקלן די מעגליכקייטן פון עס ארויסשיקן און אזוי אויך די סינאל סיסטעמען וועלכע פירן די מיסיל מיט מער פונקטליכקייט, די באריכט איז ערשינען אין די ׳וואשינגטאן פאוסט׳ פון א קוואל אינערהאלב די שפיאנאזש דעפארטמענט, אבער א ווארטזאגער פאר די פענטאגאן האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן און אויך נישט געלייקנט, ער האט אבער יא געזאגט אז אמעריקע איז שטארק באזארגט איבער די פארגעשריטנקייט פון די טעכנאלאגיע וועלכע נארט קארעא פארמאגט.

בילד: נארט קארעא וועט האבן פולע נוקלעארע מעגליכקייטן נעקסטע יאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל