וואשינגטאן – אויב איז ביז יעצט נישט געווען גענוג אומבאקוועם און אומגעשמאק יעדעס מאל וואס מען האט געדארפט דורכגיין די טי-עס-עי זיכערהייט פראצעדורן אין לופטפעלד, האט מען נעכטן געהערט פון די טי-עס-עי אז א סעריע נייע רעגולאציעס גייען אריין אין קראפט, און פון היינט און ווייטער וועט מען דארפן, פון יעדן רענצל און זעקל וואס מ'וויל מיטנעמען אויפן פליגער, ארויספאקן סיי וועלכע עלעקטראנישע כלי און מאשינקע וואס איז גרעסער ווי א סעלפאון, און דאס אריינשטעלן אין א באזונדערן "קאסטן" – די באקאנטע גרויע קאסטענעס אין וועלכע מען דארף אריינשטעלן די שיך, פעקלעך און אנדערע זאכן בעפאר'ן דורכגיין די "סקרינינג" פראצעדור. די טי-עס-עי זאגט אז דאס צווינגען ארויסצושטעלן גרויסע עלעקטראניקס אין א באזונדערן "קאסטן", וועט ערלויבן אירע מאשינען בעסער צו באקוקן די מאשינען, זיכער צו מאכן קעגן דעם געפאר פון אייסיס און אנדערע טעראר גרופעס וועלכע האבן די מעגליכקייט אריינצושטעלן אויפרייס מאטעריאל אין לעפטאפס און אנדערע עלעקטראניקס.

בילד: פרישע טי-עס-עי רעגולאציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל