מאנהעטן – דער ניו יארק סיטי ״עם טי עי״ פירער, דזשאו לאוטע, האט ארויסגעשטעלט א גרויסן פלאן וואס ווי ער זאגט וועט דאס איינמאל פאר אלעמאל ברענגען אן ענדע צו די פלאגענישן פונעם ניו יארק סאבוועי סיסטעם, וואס זיין פלאן רופט אויסצוגעבן 800 מיליאן דאלער אין די קומענדיגע צען יאר אויף צו פאררעכטן באלדיגע פראבלעמען, און דערנאך שפענדן 8 ביליאן דאלער אויף גענצליך איבערצומאכן און מאדערניזירן דעם סאבוועי סיסטעם מיט נייע וואגאנען און נייע טעכנאלאגיע.

איין הויפט פראוויזיע פון לאוטע'ס פלאן איז אבער אראפגעריסן געווארן, און דאס איז זיין פארשלאג אז מ'זאל ארויסנעמען א סאך זיצן פון סאבוועי וואגאנען, צו מאכן מער פלאץ פאר מער פאסאזשירן. מען האט אנגעצייגט אז אין מאסעטשוסעטס האבן עס די באאמטע איינגעפירט אין 08', אבער האבן עס אפגעשטעלט נאך ווייניגער ווי צוויי יאר, ווייל עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מענטשן האבן נישט געהאלטן ביים פארן אויפן סאבוועי אויב זיי דארפן שטיין אויף די פיס, און אויך האבן מענטשן ווילד אריינגעקראכט איינער אין צווייטן ביי יעדן אפשטעל אדער פארלאנגזאמקייט וואס די באן האט געמאכט.

בילד: עם-טי-עי סאבוועי פלאן אראפגעריסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל