קאלאמבוס – א שרעקעדיגער און פאטאלער אינצידענט האט פאסירט נעכטן נאכמיטאג אינעם פארק פונעם "אהייא סטעיט פעיר", ביים יערליכן זומער צוזאמקום וואס די סטעיט ארגאניזירט. דער אינצידענט האט פאסירט אינעם ערשטן טאג פונעם צוזאמקום, ווען א געוויסע רייד וועלכע הייבט אויף מענטשן הויעך אין דער לופטן אין קליינע בענקלעך, האט מאלפונקציאנירט און די בענקלעך האבן זיך אפגעריסן, ברענגענדיג אז די רייזנדע אויפ'ן רייד זאלן אראפפאלן צו דער ערד פון צענדליגער פיס אין דער לופטן. אמווייניגסטנס איינער איז אומגעקומען און פינף אנדערע זענען גאר קריטיש פארוואונדעט געווארן. אהייא גאווערנאר דזשאן קעיסיק האט פארארדענט א ברייטע אויספארשונג און אז אלע ריידס ביים "פעיר" זאלן דערווייל זיין פארשלאסן און ווערן איבערגעקוקט פאר זיכערהייט.

בילד: פאטאלער אינצידענט אין אהייא פארק



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל