נעוואדא – איינער פון די מיטגלידער פון די גרופע שטיצער פונעם קאנסערוואטיוון קלייווען באנדי, וועלכער שלאגט זיך שוין לאנגע יארן ארום מיט דער פעדעראלע רעגירונג איבער זיינע פארמס, איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו 68 יאר טורמע, נאכ'ן געפינען ווערן שולדיג אויף הארבע קלאגעס. דער טורמע אורטייל איז באזירט אויף א דראמאטישער קאנפראנטאציע וואס איז פארגעקומען אין די פעלדער פון באנקערוויל, נעוואדא אין יאר 14', וואו פעדעראלע אגענטן זענען אראפגעקומען פארטרייבן קלייוו באנדי'ס אקסן, קוען און אנדערע באשעפענישן וועלכע האבן אומלעגאל געפאשעט אויף פעדעראלע שטחים אן דעם וואס באנדי זאל מסכים זיין צו באצאלן די געלטער וואס אלע אנדערע פארמערס באצאלן אין פאל זייערע בהמות פאשען אויף פעדעראלע פעלדער. באנדי'ס חברה זענען ארויסגעקומען באוואפנט מיט רעוואלווערס און עס געצילט אויף די פעדעראלע אגענטן, און ס'האט געהאנגען אויף א האר אז ס'זאל נישט אויסברעכן א שיסעריי קריג. עטליכע פון באנדי'ס פארשוינען זענען שפעטער ארעסטירט געווארן, אריינגערעכנט גרעגארי בורעלסאן, וועלכער איז נעכטן הארב פאראורטיילט געווארן.

בילד: באנדי מיטגליד קריגט 68 יאר טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל