וואשינגטאן – מיט גרויס טריאומף, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן געמאלדן אז די טייוואנעזער עלעקטראניקס פירמע "פאקסקאן" וועט אינוועסטירן צען ביליאן דאלאר צו בויען א פאבריק אין וויסקאנסין, און דער ציל איז אז די פאבריק וועט אנטהאלטן מער ווי דרייצן טויזנט ארבעטער. פרעזידענט טראמפ האט אין א סטעיטמענט אויסגעלויבט די "פאקסקאן" פירמע, וועלכע איז באקאנט אלס דער הויפט פראדוצירער פון די סמארטפאונס פאר "עפל", און טראמפ האט ארויסגעהויבן אז דער דיעל וואלט נישט פאסירט ווען נישט זיינע פערזענליכע כוחות און געשפרעכן אז עס זאל צושטאנד קומען. דער דיעל איז א שטארקער זיג פאר פרעזידענט טראמפ און אויך פאר'ן רעפובליקאנער וויסקאנסין גאווערנאר סקאט וואלקער, וועלכער איז אנוועזנד געווען נעכטן אין ווייסן הויז און געמאלדן פארשידענע געלטער וואס זיין סטעיט וועט אינוועסטירן צו קענען ברענגען די פאבריק צו א רעאליטעט.

בילד: 10 ביליאן דאלער וויסקאנסין אינוועסטמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל