וואשינגטאן – דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער האט נעכטן מיטוואך אין א רעדע געווארנט אז עס איז שטארק מעגליך אז טראמפ וועט ארויסווארפן סעשאנס אין די גאר נאענטע טעג, און וועט שטעלן א נייעם אטוירני דזשענעראל אין לויף פון די אוגוסט זומער אורלויב, ווען אלע סענאטארן וועלן זיין אינדערהיים, וואס דאן וועט טראמפ האבן די מעגליכקייט פון אריינשטעלן וועמען ער וויל, אן דעם וואס דער סענאט זאל יענעם דארפן באשטעטיגן. א באריכט אינעם "וואשינגטאן פאוסט" האט באשטעטיגט שומער'ס ווארענונג, זאגנדיג אז טראמפ זיצט די לעצטע פאר טעג מיט לאיערס און רעדט פון דער מעגליכקייט אריינצושטעלן א נייעם אטוירני דזשענעראל, בשעת אלע קאנגרעסלייט און סענאטארן זענען אהיים פון וואשינגטאן פאר די זומער אורלויב. טראמפ וועט אבער צום ערשט דארפן פטור ווערן פון סעשאנס, און עטליכע באריכטן האבן געברענגט פון פריינט נאענט מיט סעשאנס וועלכע זאגן קלאר אז סעשאנס גייט זיך נישט דערשרעקן פון טראמפ'ס נאכאנאנדע טשעפערייען, און אנשטאט גייט ער ווארטן אז טראמפ זאל אים אויפזאגן, וואס אויב טראמפ טוט עס, וועט עס שעדיגן טראמפ אויך.

בילד: טראמפ טראכט שוין פון נאך-סעשאנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל