וואשינגטאן – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט אז די אלע באריכטן אז ער פארטראגט זיך נישט מיט פרעזידענט טראמפ, און איז אויפן וועג ארויס פון זיין פאזיציע, זענען נישט אמת. די באריכטן האבן דערציילט פון אינערליכע אינעם סטעיט דעפארטמענט און נאענטע פריינט פון טילערסאן, אז ער שפירט זיך ווי פרעזידענט טראמפ שליסט אים אויס פון וויכטיגע פאליסי באשלוסן, אריינגערעכנט דאס וואס טילערסאן האט נישט געשפילט די מינדעסטע ראלע אין די לעצטע פאר טעג אינעם מיטל מזרח, וואו עס האט זיך געקאכט און קאכט זיך נאך אלץ איבער'ן הר הבית, און די באריכטן האבן געלויטעט אז טילערסאן פלאנירט אפצוטרעטן פון אמט ענדע יאר 17'. טילערסאן זאגט אבער אז זיינע באציאונגען מיט טראמפ זענען "גוט", און ווען מען האט אים געפרעגט ווילאנג ער פלאנירט צו בלייבן סעקרעטערי אוו סטעיט, האט ער מיט א האלבן שמייכל געענטפערט, "אזוי לאנג ווי דער פרעזידענט וועט מיר לאזן".

בילד: טילערסאן לייקנט ריס מיט טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל