ענגלאנד – א גרופע בריטישע אוצרות-יעגער זאגן אז זיי האבן געטראפן א ריזיגן אוצר וועלכע אנטהאלט מעגליך ארום הונדערט מיליאן דאלער פון נאצישע גאלד אוצרות. לויט א ווארטזאגער פאר דער גרופע, האבן זיי דאס געפונען ליגן אויף א דייטשער קארגא שיף וועלכע ליגט געזונקען אין די וואסער–טיפענישן נישט ווייט פון די בארטנס פון אייסלאנד, און זייער פלאן איז צו באקומען די נויטיגע באשטעטיגונגען צו קענען ארויפברענגען די שיף, אדער כאטש טיילן דערפון, און אונטערזוכן צי עס איז טאקע פארהאן אויף דער שיף דער אנגעבליכער אוצר מיט נאצישע אוצרות. די געזונקענע שיף איז די "עס עס מינדען" שיף וועלכע האט געזונקען אינעם וואסער אין יאר 939', נאכדעם וואס צוויי בריטישע מיליטערישע שיפן האבן זיך צו איר דערנענטערט, און זינט דער זינקונג זענען געווען שפעקולאציעס אז היטלער ימ"ש אליינס האט פארארדענט אז די קאפיטאנען זאלן זינקען די שיף, ווייל די בריטישע זאלן נישט האבן צוטריט צו די אוצרות גאלד.

בילד: די עס עס מינדען שיף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל