וואשינגטאן – א מאדנער עפיזאד איז באריכטעט געווארן נעכטן, איבער'ן אמעריקאנער ענערגיע סעקרעטאר ריק פערי, וועלכער האט מיט עטליכע טעג צוריק באקומען א טעלעפאן רוף און דער מאן אויף דער אנדערער זייט טרייבל האט זיך אנגעגעבן אלס דער אוקראַינישער פרעמיער מיניסטער פעטרא פאראשענקא. פערי האט אויפגענומען דעם טעלעפאן רוף זייער ווארעם, און ער האט גאר העפטיג דיסקוסירט פארשידענע אישוס, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט צו געבן נייע מיליטערישע טעכנאלאגיע פאר דעם אוקראַינישן מיליטער, זאגנדיג אז "יעדער איינער האלט אז עס איז א גוטע זאך אז מיר זאלן געבן די טעכנאלאגיע פאר אוקראַינע. אויסער אפשר רוסלאנד האלט נישט אזוי, אבער דאס איז אקעי". פערי האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן נאך א 22 מינוטיגע געשפרעך און בכלל נישט פארדעכטיגט אז עפעס איז מאדנע, אבער נעכטן איז פובליצירט געווארן די דעטאלן פונעם טעלעפאנישן געשפרעך, און עס שטעלט זיך ארויס אז דער פארשוין אויפן טעלעפאן איז בכלל נישט געווען דער אוקראַינישער פרעמיער מיניסטער, נאר איינער פון די צוויי רוסישע ליצים וולאדימיר קראסנאוו און אלעקסיי סטאליאראוו, וועלכע זענען באקאנט אין פארנארן וועלט–פירער מיט פאלשע טעלעפאן קאלס. ס'איז נאר צום האפן אז פערי האט נישט ארויסגעגעבן עפעס האקעלע אמעריקאנער סודות פאר'ן "אוקראַינישן פרעמיער מיניסטער"...

בילד: ווען ריק פּערי רעדט צו "פּאראשענקא"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל