וואשינגטאן – סענאטאר טשאק גרעסלי, דער רעפובליקאנער פארזיצער פון סענאט יורידישע קאמיטע, גרייט זיך צו שיקן אן אפיציעלן פארלאנג צו פרעזידענט טראמפ'ס זוהן, דאנעלד דזשוניאר, אז ער זאל קומען אויפטרעטן פאר דער קאמיטע פאר א פארהער איבער דער זיצונג וואס ער האט געהאט מיט דער רוסישער לאיער, נאטאלי וועסעלניטסקאיא, נאכ'ן ווערן פארשפראכן צו ערהאלטן עפעס אנטי-קלינטאן אינפארמאציע וואס די רוסישע רעגירונג האט געזאמלט. די נייעס איבער טראמפ דזשוניאר'ס ווארשיינליכער פארהער אינעם סענאט, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס ס'איז באקאנט געווארן אז די לאיער וועסעלניטסקאיא האט זיך געפונען אין אמעריקע נאר אדאנק דעם וואס די יוסטיץ דעפארטמענט אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע האט איר געגעבן ספעציעלע ערלויבעניש אריינצוקומען קיין אמעריקע. וועסעלניטסקאיא איז געווען די לאיער פונעם רוסישן ביזנעסמאן דעניס קאטסיאוו אין א פינאנציעלער אנקלאגע, און זי האט באקומען ערלויבעניש צו זיין אין אמעריקע פון אקטאבער יאר 15' ביז יאנואר יאר 16'. עס איז מאדנע, און דערווייל אומקלאר, וויאזוי וועסעלניטסקאיא האט זיך נאך אלץ געפונען אין אמעריקע אין יוני יאר 16' צו קענען האבן די זיצונג מיט דזשוניאר.

בילד: סענאט וויל אויספארשן טראמפ דזשוניאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל