וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל, דזשעף סעשאנס, איז נעכטן געקומען אונטער קריטיק נאכ'ן פובליצירן א דאקומענט וואס האט געצייגט אז ער האט נישט געהאט קיין שום קאנטאקט אדער זיצונגען מיט בירגער פון אנדערע לענדער. דער דאקומענט איז באקאנט אלס אן ״עס-עף-86״ און יעדער פעדעראלער רעגירונג איינגעשטעלטער, וואס וויל האבן צוטריט צו קלאסיפייד אינפארמאציע, דארף אזוינס אויספילן. סעשאנס האט דאס ארויסגעגעבן אין ליכט פון דער פארשטארקערטער קאנטראווערסיע ארום דעם וואס טראמפ קאמפיין באאמטע האבן קאמיוניקירט מיט פארשידענע רוסישע פיגורן, אין דער צייט וואס רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן. סעשאנס איז אראפגעריסן געווארן, סיי ווייל כמעט די גאנצע דאקומענט איז פארמעקט און באדעקט, און סיי ווייל ער זאגט ליגנט אויפ'ן דאקומענט, ווייל ער אליינס האט שוין עטליכע מאל געזאגט אז אין די מאנאטן בעפאר די פרעזידענט וואלן האט ער זיך געטראפן מיט׳ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק.

בילד: סעשאנס פארעפנטליכט רוסלאנד קאמיוניקאציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל