וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעשיקט א סעריע נייע פארלאנגען צו אלע לענדער איבער דער וועלט, צו פארלאנגען מער קאאפעראציע ווען עס קומט ארויסצוגעבן וויזעס פאר בירגער פון אנדערע לענדער. די פרישע פארלאנגען איז טייל פון פרעזידענט טראמפ׳ס עקזעקוטיוו ארדער, וואס איז אריין אין קראפט מיט 2 וואכן צוריק און שטעלט א צייטווייליגע איינפרירונג אויף נייע וויזעס פאר בירגער פון 6 לענדער און אויך א בלאקאדע אויף אריינצונעמען פרישע פליטים. דער ציל פונעם עקזעקוטיוו ארדער איז צו קענען איינשטעלן נייע און שטרענגערע טראוועל סיסטעמען אין לאנד, און די נעכטיגע פארארדענונג איז דער אנהייב פון אריינשטעלן די נייע סיסטעמען אין קראפט. די נעכטיגע פארארדענונג לויטעט אז לענדער מוזן איבערגעבן פאר אמעריקע יעדעס שטיקל אינפארמאציע, וויכטיג און מינדערוויכטיג, פון א בירגער וואס אפעלירט פאר אן אמעריקאנער וויזע. לענדער וואס וועלן נישט אויספאלגן אין די 50 טעג נאך א ספעציפישן פארלאנג פאר אינפארמאציע, וועלן אויסשטיין עקאנאמישע סאנקציעס.

בילד: אמעריקע וויל מער רייזנדע אינפארמאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל