לואיזיאנא – פעדעראלע אויטאריטעטן האבן ארויפגעשטעלט א שטראף פון 166 טויזנט דאלאר אויף דער ״עקסאן מאביל״ ענערגיע פירמע, איבער אן אויפרייס וואס האט פאסירט פאראיאר אין וועלכע 4 ארבעטער זענען אומגעקומען. דער אויפרייס האט פאסירט ביי אן עקסאן אויל רעפיינערי אין בעיטאן רוזש, לואיזיאנא, וועלכע איז שוין פארעלטערט און איז אין א שוואכן צושטאנד, וואס דעריבער האט א קליינע פייער געברענגט אז א טאנק פון ״סאלפיוריק עסיד״ כעמיקאלן זאל עקספלאדירן און זיך צעשפרייטן אין דער לופטן, פון וועלכן 4 ארבעטער אינעם פלענט זענען אויפ'ן ארט אומגעקומען. די פעדעראלע רעגולאטארס האבן ביז יעצט אנגעפירט אן אויספארשונג איבער׳ן אויפרייס און האבן געזען אז די ענווייראמענטאלע פראטעקשאן אגענטור האט שוין מיט 6 יאר צוריק געווארנט עקסאן איבער א סעריע פון אירע רעפיינעריס איבער׳ן לאנד וועלכע דארפן האבן קריטישע רענאוואציעס, און דער בעיטאן רוזש פאבריק איז געווען אויף דער ליסטע.

בילד: עקסאן באשטראפט צוליב אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל