וואשינגטאן – די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן אריינגעגעבן קרימינאלע אנקלאגעס קעגן מער ווי 400 פערזאנען איבער׳ן לאנד אויף העלטקעיר שווינדלעריי קלאגעס, וואס לויט ווי אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט עס באצייכנט, איז עס די סאמע גרעסטע מאסן ארעסט און אנקלאגעס ארום העלטקעיר שווינדלערייען אין אמעריקאנער היסטאריע. די קלאגעס לויטן אז צווישן די 400 זענען א גרויסע פראצענט דאקטוירים, וועלכע האבן געשריבן פאלשע פּרעסקריפּשאנס פאר שעדליכע ״אפּיאידס״ מעדיצינען, וועלכע ווערן גענוצט בלויז צו באהאנדלען שטארקע יסורים און אמעריקע ווערט געפלאגט פון א מאסיווע עפידעמיע פון מענטשן וועלכע נעמען עס סתם אלס דראגס, און די איבריגע געקלאגטע זענען מענטשן וועלכע האבן זיך געלאזט נוצן אלס כלומר׳שטע פאציענטן צו באקומען די פאלשע פרעסקריפשאנס פאר די אפּיאידס. סעשאנס זאגט אז קאלעקטיוו האבן די מעדיצין שווינדלערייען באטראפן 1.3 ביליאן דאלער, און נעמענדיג אין באטראכט אז 52 טויזנט אמעריקאנער שטארבן יערליך פון דראג איבערנוץ, האפט ער אז די מאסן ארעסטן וועלן האבן א פאזיטיוון אפעקט.

בילד: 400 געקלאגט אין העלטקעיר שווינדל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל