שווייץ – די רויטערס נייעס אגענטור האט נעכטן פובליצירט אן אויפדעקונג איבער א געהיימען קאמפיין וואס די טאבאקא פירמע ״פיליפ מאריס״ פירט מיט'ן ציל צו שטערן דעם גלאבאלן קאמף קעגן ציגארעטלעך. רויטערס זאגט אז זי האט באקומען צוטריט צו אינערליכע דאקומענטן פון דער פירמע, אין וועלכע מען זעט ווי עקזעקוטיוון גרויסן זיך איבער סוקסעספולע זיצונגען מיט רעגירונג באאמטע איבער דער וועלט אין וועלכע זיי האבן גע׳פועל׳ט אז די רעגירונגען זאלן צוריקציען פון שטרענגע אנטי-רויכערן ציגארעטלעך. די דאקומענטן צייגן ספעציפיש אז פיליפ מאריס האט געצילט די פערצן לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דעם אנטי-טאבאקא אפמאך אונטער דער יו-ען וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע. פיליפ מאריס האט רעאגירט צום רויטערס באריכט, אז זי זעט נישט עפעס אומלעגאל אדער אומעטיש אז אירע עקזעקוטיוון זאלן דיסקוסירן די טעמעס מיט רעגירונג באאמטע.

בילד: שטודיע פארשעמט פיליפ מאריס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל