האוואנא – א גרופע אידישע אקטיוויסטן און געמיינדע פירער אין קובא, האבן געשיקט אן אפענעם בריוו צו דער אידישער געמיינדע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט א ביטע אז זיי ווילן פארשטארקערן און דערנענטערן באציאונגען צווישן די אידן אין ביידע לענדער. אינעם בריוו דריקן די קובאנער אידן אויס ערנסטע זארג איבער דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אונטערגענומען פארשידענע שריט צו פארלאנגזאמען און אפשוואכן די באנייעטע באציאונגען צווישן אמעריקע און קובא, וואס האט אנגעהויבן פארמירט צו ווערן אונטער'ן קאדענץ פון געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, און די קובאנער אידן בעטן זיך אז די אידן אין אמעריקע זאלן שתדל'ען און טאן וואס זיי קענען, צו פועל'ן ביים פרעזידענט אז ער זאל ווייטער אנהאלטן די דערנענטערונג, ווייל דאס וועט אויך בענעפיטירן דאס אידישע לעבן אין קובא. לויט אפיציעלע רעגירונג סטאטיסטיקס און ציפערן, געפינען זיך ארום טויזנט אידן אין גאנץ קובא, און דאס לאנד האט בלויז דריי אקטיווע שוהלן, ליידער נאר איינס פון זיי איז אן ארטאדאקסישע.

בילד: קובאנער אידן ווילן נאענטע באציאונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל