תל אביב – א פראפעסאר אין דער "חיים שבע" שפיטאל אין מדינת ישראל האט פארעפנטליכט די רעזולטאטן פון א שטודיע וואס ער האט דורכגעפירט אויף מלחמה איבערלעבער, און ווי ער זאגט, שטעלט זיך ארויס אז מלחמה איבערלעבער האבן א פיל העכערן שאנס דיאגנאזירט צו ווערן מיט דער ביטערער מחלה ווי אנדערע מענטשן אינעם זעלבן יארגאנג. די פארש ארבעט פון פראפעסאר סעיגאל סעדעצקי האט אנאליזירט אינפארמאציע פון די לעצטע 45 יאר, ארייננעמענדיג 153 טויזנט מענטשן וועלכע ווערן קלאסיפיצירט אלס "האלאקאוסט איבערלעבער", אריינגערעכנט די וועלכע זענען געווען אין קאנצענטראציע לאגערן און טויט לאגערן, און די וועלכע האבן געוואוינט אין לענדער וואס זענען געווען אונטער נאצי אקופאציע. די רעזולטאטן האבן געצייגט אז 22 פראצענט האלאקאוסט איבערלעבער זענען דיאגנאזירט געווארן מיט פארשידענע סארטן קענסער, אין פארגלייך צו בלויז 16 פראצענט פון די וואס זענען אין די זעלבע יארגענג ווי די איבערלעבער, אבער האבן זיך געפונען אינדרויסן פון אייראפע ביי דער קריג. ספעציפיש איז די ראטע פון לונגען קענסער געווען 36 פראצענט העכער ביי האלאקאוסט איבערלעבער ווי ביי אנדערע. סעדעצקי זאגט אז עס מוז זיין אז ס'איז דא א פארבינדונג, צי אלס רעזולטאט פון די גייסטישע און פיזישע טראומא וואס די איבערלעבער האבן מיטגעמאכט, אדער צוליב'ן וואוינען אין געגנטער וואס זענען נאכאנאנד באמבארדירט געווארן, וואס באמבעס פארמאגן אין זיך שעדליכע כעמיקאלן.

בילד: העכערע קענסער ראטעס ביי מלחמה איבערלעבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל