וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן פארשפראכן צו שיקן פרישע 119 מיליאן דאלאר פאר הומאניטערישע צוועקן אין איראק. די מעלדונג איז געמאכט געווארן דורך ברעט מעגורק, וועלכער דינט אלס דער ספעציעלער אמעריקאנער שליח צו דער אינטערנאציאנאלער אנטי-אייסיס קאאליציע, און מעגורק האט געזאגט אז די געלטער וועלן ספעציעל גיין צו סטאביליזירן די געגנטער וואו די איראקער ארמיי האט באקעמפט אייסיס אין די לעצטערע מאנאטן. מעגורק זאגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער האט אידענטיפיצירט ארום הונדערט אזעלכע האקעלע ערטער לענגאויס איראק, ספעציפיש קאנצענטרירט ארום מאסול וואו דאס איראקער מיליטער האט נארוואס דערקלערט די וואך טאטאלע זיג קעגן אייסיס, וואס וויבאלד די געגנטער זענען פאר א לענגערע צייט געווען אונטער אייסיס קאנטראל און האבן געליטן שווערע שלאכטן, זענען די איינוואוינער געבליבן אן קיין דעכער איבער'ן קאפ און אן דעם וואס זיי זאלן האבן די מינדעסטע צוטריט צו נארמאלע מעדיצינישע באהאנדלונג. די 119 מיליאן דאלער קומט בלויז איין וואך נאכדעם וואס אמעריקע האט געמאלדן אז זי וועט שיקן 150 מיליאן דאלער פאר די סארט הומאניטערישע הילף קיין איראק, און מעגורק האט געזאגט אז אמעריקע קוקט ארויס אז אויך אנדערע לענדער זאלן עפענען די קאסעס און שיקן נויטיגע געלטער פאר דער איראקער רעגירונג אין יעצטיגן קריטישן ווענדפונקט אינעם קאמף קעגן טעראר.

בילד: הומאניטערישע געלטער פאר איראק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל