לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט נעכטן פובליצירט דאס ברעקזיט "ריפיעל" געזעץ, וועלכע איז איינס פון די וויכטיגסטע שטאפלען אין די אנגייענדיגע פראצעדורן צו ברענגען ברעקזיט צו רעאליטעט און אפרייסן ענגלאנד פונעם אייראפעאישן פאראיין. אין 972', ווען ענגלאנד האט זיך אנגעשלאסן אינעם אייראפעאישן פאראיין, האט ענגלאנד אדאפטירט אלע אייראפעאישע געזעצן, און אין פאל עס האט זיך געמאכט א סתירה צווישן אייראפעאישע און בריטישע געזעצן, האבן די אייראפעאישע געזעצן געהאט דעם אויבערהאנט. דער יעצטיגער ריפיעל ביל, וועלכע דארף נאך קריגן באשטעטיגונג אינעם בריטישן פארלאמענט און אויך אין פארלאמענט פון סקאטלאנד און צפון אירלאנד, שאקלט אפיציעל אפ אלע אייראפעאישע פאראיין געזעצן פון ענגלאנד און רייסט אפ פאליטישע, פינאנציעלע און לעגאלע בינדונגען צווישן די צוויי. ענגלאנד פלאנירט אבער פאקטיש נאכצוקאפירן אלע אייראפעאישע יוניאן געזעצן און עס אדאפטירן אריין אין דער עקזיסטירנדיגער בריטישער קאנסטיטוציע, מיט א שאנס פאר'ן פארלאמענט צו מאכן טוישונגען פאר א צייט אפשניט פון 2 יאר פון ווען דער גאנצער ברעקזיט פראצעדור וועט זיין פארטיג ענדע יאר 19'.

בילד: ברעקזיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל