פראנקרייך – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן אינדערפרי געלאנדעט אין פאריז, פראנקרייך פאר א קורצן באזוך, וועלכע האט אריינגענומען זיצונגען מיט'ן רעלאטיוו-נייעם פראנצויזישן פרעזידענט עמאניועל מאקרון. טראמפ'ס 36 שטונדיגע באזוך קומט אויף דער איינלאדענונג פון מאקרון, וועלכער האט גערופן טראמפ אנטיילצונעמען ביי די ספעציעלע מיליטערישע פאראדעס וואס וועלן היינט פרייטאג פארקומען אפצוצייכענען דעם הונדערטסטן "באסטיאל טאג", פון ווען אמעריקע האט זיך אנגעשלאסן מיט פראנקרייך אין דער ערשטער וועלט קריג. מאקרון און זיין פרוי האבן נעכטן ווארעם אנטפאנגען טראמפ און זיין פרוי, און האבן זיי ארומגעפירט אין פארשידענע היסטארישע און סימבאלישע ערטער אין פאריז, אריינגערעכנט די באגרעבעניש ארט פון נאפאליאן באנאפארטע, און דערנאך זענען מאקרון און טראמפ געזעסן פאר א לענגערן געשפרעך איבער טעראריזם, דער צושטאנד אין סיריע און אנדערע אישוס, און האבן ווידערהאלט די וויכטיגקייט פונעם בונד צווישן די 2 לענדער.

בילד: פרעזידענט טראמפ באזוכט פאריז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל