גאלף ראיאן – אן אמעריקאנער נעווי שיף האט ארויסגעשאסן עטליכע ווארענונג שאסן אין ריכטונג פון אן איראנער מיליטערישער שיף וועלכע האט זיך דערנענטערט און געקומען ווייניגער ווי 500 פוס נאענט צום אמעריקאנער שיף. עס איז דאס ערשטע מאל וואס אזא אינצידענט פאסירט זינט פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט, און די לעצטע ענליכע סארט האט פאסירט אינמיטן יאנואר נאך אונטער אבאמא'ס קאדענץ. אין א סטעיטמענט האט דער פענטאגאן געזאגט אז די איראנער שיף איז געווען פון איראן'ס "איסלאמישע רעוואלוציאנערע גארד" מיליטערישע אפטיילונג, צולייגנדיג אז די איראנער שיף האט אפגעשטעלט איר דערנענטערונג צו דער אמעריקאנער שיף ווי נאר די ווארענונג –שאסן זענען ארויסגעשאסן געווארן. די איסלאמישע רעוואלוציאנערע גארד האט ארויסגעגעבן איר אייגענעם סטעיטמענט, זאגנדיג אז אן אמעריקאנער שיף האט זיך ווילד דערנענטערט צו איינס פון אירע שיפן, און דאן האט די אמעריקאנער שיף ארויסגעשאסן עטליכע קוילן אין דער לופטן, ברענגענדיג די סיטואציע נאענט צו א שיסעריי אויסטויש. (נאטיץ: אלס קאנדידאט האט פרעזידענט טראמפ פארשפראכן אז ער וועט פארארדענען די באלדיגע זינקונג פון איראנער שיפן וואס טוען אזעלכע ווילדע מאנעוורעס.)

בילד: איראנער און אמעריקאנער שיפן אינצידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל