טריפאלי – א ספעציעלער סאמיט איז נעכטן פארגעקומען אין פאריז, וואו עס האבן זיך געטראפן דער יו-ען געשטיצטער ליביער פרעמיער מיניסטער פאיעז על סאראדזש און קאליפא האפטאר, דער מיליטערישער קאמאנדיר וועלכער קאנטראלירט עטליכע שטעט אין מזרח ליביע, און די צוויי האבן אינאיינעם געמאלדן א צייטווייליגע שטילשטאנד אין די אנגייענדיגע קאמפן צווישן זייערע מיליטערישע קרעפטן, וואס וועט האפנטליך זיין אין קראפט אין לויף פון די וואכן און מאנאטן וואס די צוויי קעגנערישע רעגירונגען וועלן ארבעטן צו קומען צו א פולקאמע פארשטענדעניש איבער'ן צוקונפט פון ליביע. האפטאר וויל דערווייל נישט אנערקענען די רעגירונג פון סאראדזש, און ער זאגט אז ער איז דער בעסערער פירער פאר ליביע, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז ער האט באזיגט אייסיס אין בענגאזי – ליביע'ס צווייט-גרעסטע שטאט. אבער נעכטן האבן סיי האפטאר און סיי סאראדזש געזאגט אז זיי זענען וויליג נאכצוגעבן פארשידענע זאכן, און זיי צילן אפצוהאלטן נאציאנאלע וואלן, טראץ וואס ס'איז נישט קלאר צי ליביע וועט טאקע בלייבן צעשפליטערט, אדער וועלן זיך די צוויי עווענטועל פאראייניגן און זיך טיילן מיט דער מאכט.

בילד: ליביע קעגנערישע רעגירונגען שטילשטאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל