וואשינגטאן – אין א שטארק סימבאלישן זיג פאר פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער פארטיי, האט דער סענאט נעכטן געשטימט אנצוהייבן דעבאטירן א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר און אריינשטעלן נייע רעפובליקאנער פראוויזיעס אינעם אמעריקאנער העלט-קעיר סיסטעם.

טראץ וואס די אפשטימונג איז בלויז דער אנהייב פון א לאנגער פראצעדור, און עס זענען נאך אלץ דא מאסיווע פראבלעמען מיט די רעפובליקאנער פלענער און די שטארקע מעגליכקייט אז עווענטועל וועט עס דורכפאלן, האט אבער די אפשטימונג געברענגט נענטער צו רעאליטעט דעם רעפובליקאנער צוזאג אפצושאפן אבאמאקעיר.

די אפשטימונג איז אפגעהאלטן געווארן א קורצע צייט נאכדעם וואס אלע סענאטארן האבן געגעבן א ווארימע און העלדישע אויפנאמע פאר'ן רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין, וועלכער האט זיך צוריקגעקערט צום סענאט ווייניגער ווי א וואך נאכ'ן מעלדן אז ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט דער ביטערער מחלה. ווען עס איז געקומען צייט צו דער אפשטימונג, האבן אלע 48 דעמאקראטישע סענאטארן געשטימט דערקעגן, און 2 רעפובליקאנער סענאטארן, סוזען קאלינס און ליסע מורקאוסקי, האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן. דאס האט געברענגט אז די רעפובליקאנער האבן געהאט בלויז 50 שטימען, און וויצע פרעזידענט פּענס האט געגעבן די 51'סטע שטימע.

טראמפ האט רעאגירט צו דער סענאט אפשטימונג אין א סטעיטמענט, זאגנדיג אז דאס איז א "גרויסע טריט פאראויס" אינעם קאמף פטור צו ווערן פונעם אבאמאקעיר קאטאסטראפע. טראמפ האט שפעטער אויפגעטרעטן ביי א געמיינזאמען פרעסע קאנפערענץ מיט'ן לעבאנעזער פירער וועלכער האט אים דאן באזוכט אין ווייסן הויז, וואו טראמפ האט זיך באדאנקט פאר די סענאטארן וועלכע האבן געשטימט פאראויסצוגיין מיט דער דעבאטע, און האט געזאגט אז עס איז צייט צו גראטולירן די אמעריקאנער בירגער, ווייל דאס פטור ווערן פון אבאמאקעיר מיינט אז זיי גייען באקומען גאר גוטע העלט-קעיר.

בילד: זיג פאר טראמפ: סענאט הייבט אן דעבאטירן אבאמאקעיר אנולירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל