פון יוסי הירש, צו אידישער ווינקל

נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די עסקנים פאר דער געוואלדיגער אסיפה נעכטן נאכט. ס'איז געווען וויכטיג דער עולם זאל זען און אביסל באגרייפן דעם קאפ-וויי וואס די עסקנים גייען אריבער טאג-טעגליך ביים פרובירן אפצוראטעווען נאך אידישע געלטער און נאך א איד פון גיין פון תפיסה. ר' הערשל הורוויץ האט זיך צום ערשטן מאל ארויסגעשטעלט מיט א דרשה און פובליק און יעדער האט באלד געקענט זען אז מען האט דעם איד אונטערגעשאצט. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז א ריכטיגער ברא כרעא דאבוה, וועלכער האט אריינגעטרעטן פריצייטיג אין גרויסע שיך, נאכדעם וואס זיין לייטזעליגער פאטער איז צוגענומען געווארן פון אונז, און ווי מען האט געקענט זען נעכטן האט ער זיך שנעל צוגעלערנט די מלאכה פון טאן פאר איד'נס וועגן. ער האט געגעבן קריטישע הדרכה פאר'ן ציבור וויאזוי זיך אויפצופירן לגבי גאווערמענט פראגראמען, בעיסד אויף זיין אייגענע עקספיריענס פון אידן וואס פאלן אריין אין פלאנטער אויף א טאג-טעגליכן אופן.

איך וויל זיך אבער אפשטעלן אויף איין קריטישער נקודה. די דרשה פון ר' ישראל משה שפיצער, מעיאר פון שיכון סקווירא, איז אפשר געווען פון די וויכטיגסטע דרשות פון דער נאכט. ר' ישראל משה האט ארויסגעברענגט דעם פאקט אז מאנסי גייט אריבער פונקט אזעלכע שווערע רדיפות ווי לעיקוואוד, אבער דא האט מען ב"ה אויסגעמיטן די גאר שרעקליכע און טראגישע סצענעס ווי אידן ווערן ארעסטירט אינאיינעם מיט זייערע אידענעס, וואס ס'רייסט ביים הארצן ממש ווען מען זעט דאס. טאטעס און מאמעס ווערן אוועקגעשלעפט און ארעסטירט אין די פארטאגס שעות, פארנט פון די קינדער. די אכזריות פון דעם איז אין לשער. פאר די קינדער איז דאס שרעקליכע טראומא וואס קען זיי אפעקטן פאר צענדליגער יארן. נאר אכזרים קענען אויספלאנירן און דורכפירן אזוינס.

אין מאנסי האט מען אבער אויסגעמיטן אזעלכע ביטערע סצענעס און די סיבה דערצו איז דער כוח פון אחדות, דאס וואס מען האט געארבעט צוזאמען און גע'שתדל'ט ביי די אינסטאנצן זיך אויפצופירן מענטשליך צו מענטשן וואס דער ביטערער נסיון העוני האט זיי געטריבן צו נעמען גאווערמענט פראגראמען. (עכ"פ א חלק פון זיי. ווי הרב מאשינסקי האט אזוי גוט ארויסגעברענגט זענען פאראן פיר קאטעגאריעס מענטש. קאטעגאריע פיר זענען מענטשן וועלכע האבן געלט און גנב'ען לשם גנב'ען. אויף די אידן איז שווער רחמנות צו האבן. איך רעד פון די קאטעגאריע צוויי אידן וואס פארדינען נעבעך צופיל צו קענען באקומען גאווערמענט פראגראמען, אבער זענען באמת ארעמעלייט און קענען נישט דורכשטופן דעם טאג.)

ס'מיינט נישט אז ס'איז נישטא הונדערטער טויזנטער שעות קאלעקטיוו פון עגמת נפש און הארץ-וויי, און מיליאנען דאלאר פון אידיש געלט אין קנסות, אבער עכ"פ האט מען ביז דערווייל אויסגעמיטן די שרעקליכע קאטאסטראפע וואס מען האט געזען אין לעיקוואוד.

ווי איך האב געהערט פון אן עסקן ארבעט מען שווער צו העלפן אידן ווערן ערליך און גראד. אסאך מענטשן וואס האבן אויסגעהערט די דרשות און אויסגעפינען, למשל, אז באקומען תמיכה פון א טאטן אדער שווער, אדער פארמאגן געלט אין א קארפארעישאן, קען דורך סאשעל סערוויסעס באטראכט ווערן ווי אן אינקאם, זענען געווען אין שאק. זיי זענען ערליכע און יושר'דיגע מענטשן, וועלכע ווילן נישט נעמען א פעני וואס קומט זיי נישט, און זענען גרייט דאס צו קארעקטן, אבער האבן מורא דאס צו טאן, ווייל זיי ווילן נישט אז מען זאל זיך נעמען צו זייערע ביינער אויף ביז יעצט. ס'איז דעריבער קריטיש וויכטיג אז די גאווערמענט זאל געבן א טשענס פאר די אידן זיך צו קארעקטן לויט די שטרענגע רולס פון סאשעל סערוויסעס. דאס איז גאר א האקעלער ענין, אבער אויב ברעכן עס די עסקנים דורך וועט עס זיין א געוואלדיגע זאך.

בילד: דינא דמלכותא דינא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל