וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א ווארימע אויפנאמע פאר'ן פרעמיער מיניסטער פון לבנון, סאאד הארירי, און ביי א פרעסע קאנפערענץ, וואס זיי האבן אפגעהאלטן אינאיינעם, האט ער אויסגעלויבט די לעבאנעזער רעגירונג פאר'ן קעמפן קעגן אזעלכע טעראר גרופעס ווי אייסיס און כיזבאלא. הארירי'ס באזוך אין וואשינגטאן איז געקומען מיט מאטיוון פון דער לעבאנעזער רעגירונג צו באקומען פרישע פינאנציעלע הילף פון אמעריקע, און הארירי האט ספעציפיש אפעלירט צו טראמפ, זאגנדיג אז זיין רעגירונג פלאגט זיך מיט אן אומגעהויערע פלייץ פון פליטים פונעם דערנעבנדיגן סיריע, וואס קאסט אפ גאר א סאך געלט פאר דער ארטיגער רעגירונג. מיטל מזרח עקספערטן האבן אנגעוויזן אז עס איז טאקע אמת אז די לעבאנעזער רעגירונג קעמפט קעגן אייסיס, אבער אין דער זעלבער צייט איז די כיזבאלא טעראר גרופע אן אפיציעלע מיטגליד פון דער לעבאנעזער רעגירונג, און כיזבאלא האט פאליטישע און רעליגיעזע אינטערעסן צו באקעמפן אייסיס, וואס דעריבער איז מאדנע אז טראמפ האט פארנט פון פרעמיער מיניסטער הארירי גאר אויסגעלויבט לבנון פאר'ן קעמפן קעגן כיזבאלא.

בילד: טראמפ פארשפרעכט הילף פאר לבנון

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל