וויען – א דזשורי אין עסטרייך האט דערקלערט א פאלעסטינער מאן שולדיג פאר'ן פלאנירן דורכצופירן מארד אקטן קעגן אידן. דער 27 יעריגער געבוירענער אין עזה איז געפונען געווארן שולדיג אויף טעראר קלאגעס פאר'ן באלאנגען צו דער כאמאס טעראר גרופע, און איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכער טורמע. דער מאן איז אריינגעקומען קיין עסטרייך אינאיינעם מיט א גרופע פליטים, זוכנדיג פאליטישע שוץ, און ער איז ארעסטירט געווארן אין א פליטים צענטער פאראיאר יולי, נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן אויפגעכאפט אז ער האט זיך פארבינדן מיט 2 איינוואוינער אינעם מערב ברעג אין מדינת ישראל, און ער האט זיי אנגעוויזן דורכצופירן טעראר אטאקעס און אומברענגען וואס מער אידן ה"י. יענע צוויי מערב ברעג איינוואוינער זענען באזונדער ארעסטירט געווארן דורך איזראעלישע פאליציי.

די נאמען ווערט נישט ארויסגעגעבן, צוליב די פרייוועסי געזעצן אין עסטרייך.

בילד: פאלעסטינער פלאנירט אידן-מארד אין עסטרייך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל