בראזיל – די סאמע עלטסטע שוהל פון "די אמעריקעס" – וואס באדייט די קאנטינענטן פון צפון אמעריקע און דרום אמעריקע – האט באקומען אויפמערקזאמקייט אין דער אלגעמיינער אינטערנאציאנאלער מידיא אין די טעג, נאכדעם וואס עס איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף אן אפיציעלע רעגירונג ליסטע פון רעליגיעזע טוריזם ערטער צו באזוכן. דער "קהל צור ישראל" שוהל געפונט זיך אין בראזיל אין דער שטאט ראסיפא, און עס איז שוין 380 יאר אלט. אין יאר 624' למספרם האבן די האלאנדישע ארמייען, וועלכע האבן דאן ארויסגעצייגט טאלעראנץ פאר אידישע עמיגראציע און פאר אפענע רעליגיע, פארכאפט קאנטראל אויף טיילן פון צפון-מזרח בראזיל, וואס נעמט אריין ראסיפא, און מיט 23 יאר שפעטער האבן די אידישע איינוואוינער דארטן געבויט דעם שוהל. מיט זיבעצן יאר שפעטער האבן די פארטוגעזישע ארמייען ארויסגעווארפן די האלאנדישע פון בראזיל, און האבן פארארדענט די שוהל אין ראסיפא זאל אפגעשפארט ווערן, וואס איז אזוי געבליבן פארשפארט פאר לאנגע יאר, ביז עס האט זיך ערשט צוריקגעעפנט אין יאר 02'.

בילד: עלטסטע שוהל אין אמעריקע ארויסגעהויבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל