וואשינגטאן – אין א נידערלאגע פאר פרעזידענט טראמפ, האט דער רעפובליקאנער-קאנטראלירטער קאנגרעס נעכטן געשטימט אויף א ביל וועלכע וועט ארויפשטעלן גאר שווערע נייע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן דער רוסישער רעגירונג, אלס נקמה פאר רוסלאנד׳ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן און אויך אויף רוסלאנד׳ס אומלעגאלע מיליטערישע שריט אין אוקראַינע. די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרובירט צו לייגן דרוק אז די רעפובליקאנער זאלן נישט באשטעטיגן פרישע סאנקציעס, ווייל ער וויל באנייען פריינטליכע באציאונגען מיט רוסלאנד, און ספעציפיש איז דאס ווייסע הויז אויפגעברויזט ווייל דער נייער ביל פארמאגט א פראוויזיע אז קאנגרעס וועט יעדע פּאר מאנאטן איבערקוקן צי פרעזידענט טראמפ פרובירט שטילערהייט צו אונטערמינעווען אדער אפשוואכן די סאנקציעס. דער ביל איז באשטעטיגט געווארן מיט אן איבערוויגנדע מערהייט פון 419 קאנגרעסלייט, און בלויז 3 קאנגרעסלייט, רעפובליקאנער, האבן געשטימט דערקעגן.

בילד: אנטי-טראמפ סאנקציעס ביל באשטעטיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל