וואשינגטאן – דער נייער ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר ענטאני סקאראמוטשי האט אין א סטעיטמענט צו "פאליטיקא" געזאגט נעכטן אינדערפרי אז ער פלאנירט "ארויסצואווארפן יעדן איינעם" פון ווייסן הויז פרעסע אפטיילונג, מיט'ן ציל פטור צו ווערן פון די נאכאנאנדע ליעקס פון אינערליכע אינפארמאציע וואס רינט ארויס צו דער מידיא. נישט לאנג נאכדעם וואס סקאראמוטשי האט געמאכט דעם סטעיטמענט, האט דער ווייסער הויז פרעסע געהילף מייקל שאורט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין פאזיציע, און שאורט'ס רעזיגנאציע איז פארוואנדלט געווארן אין א מאדנעם ספעקטאל, ווייל סקאראמוטשי האט זיך באקלאגט אז דאס אליינס אז שאורט איז ארויס פון זיין פאזיציע אין ווייסן הויז, איז אויך אן אומלעגאלע ליעק צו דער מידיא. אין רעאליטעט איז סקאראמוטשי געווען דער וואס האט דערציילט פאר דער מידיא אז ער פלאנירט ארויסצואווארפן שאורט, און דעריבער איז נישט פארשטענדליך פארוואס ער האט זיך באקלאגט דערוועגן.

בילד: סקאראמוטשי נעמט זיך צו ווייסע הויז ליעקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל